לדלג לתוכן

שו"ת חתם סופר/אבן העזר/חלק ראשון/סימן עט

לא בדוק
מתוך ויקיטקסט, מאגר הטקסטים החופשי

העתקה גביית העדות בפני שלשה דיינים שהעידו בת"ע ובאלו"ע ואחר כל האיומים:

העד הראשון דוד בן המנוח הר"ר איצק, איך האב געזעהן וויא דער פלוני האט געטאהן דאס פינגרל אויף דער פלונית איהר פינגר אונד האט געזאגט הרי את מקודשת האב איך געזאגט לי זאגע ניכט, האבע דער פלוני געזאגט, דיר להכעיס זאגע איך לי, מעהרעס האבע איך ניכט בייאגעוואנט:

שוב העיד דוד הנ"ל בת"ע וככל הנ"ל אלס איין מייד בילא האט צו מיר געזאגט אלס דער פלוני איהר דאז פינגרל אוועק גענוממען האט מיט געוואלט אונד דער פלוני האט אויך צו מיר געזאגט דערפאהר דאנרשטאג אדער פרייאטאג אלס ער האט דער מייד בילא דאז פינגרל אוועק גענוממען ע"כ עדות של העד הראשון:

העד השני צבי הרש בן הר"ר צדוק העיד בת"ע כנ"ל דיא פלונית האט דעם פלוני דאס פינגרל אן גרעט האט דער פלוני געזאגט אזוא גיב איך עס דיר ניכט איך וועהרע עס דיר אהן טאהן, האט זיא דען פינגר עהין געשטרעקט, האט ער איהר דאס פינגרל אהן געטאהן אונד האט געזאגט זאגט אללע מיט, אונד געזאגט הרי את מקודשת, האט דוד געזאגט לי זאג ניכט, האט ער געזאגט איך זאג יוא לי מעהרעס ווייס איך ניכט, ושאלתי האיך טבעת לפלוני שוב והשיב אב דער פלוני האט צוריק גענומען דאס פינגרל אדער דיא פלונית האט צוריק געבען ווייס איך ניכט אונד אב דאס פינגרל זיין געהערט אדר ניכט ווייס איך ניכט, איך האב געזעהן וויא ער דאס פינגרל אויס זיין טאש גענומען האט:

העד השלישי איסרל בן המנוח ליב העיד ג"כ בת"ע כעד הראשון והוסיף בזה הלשון נאך דען האט דער פלוני געזאגט גיב מיר דאס פינגרל האט זיא ניכט געוועלט, האבען זיא זיך געראנגלט מעהר ווייס איך ניכט ע"כ דבריהם:

הנער פלוני הכהן זאגט דאס פינגרל האב איך דאנרסטאג עי"ט נאך מיטטאג מיט געוואלט פון איין מייד בילא איהר פינגר אראב גענוממען, האט זיא געזאגט עס געהערט ניכט מיין, פרייטאג האט זיא עס ווידרום פון מיר בעגעהרט דאס פינגרל האב איך געזאגט ווייל דוא מיך מאנסט געבי איך עס דיר ניכט, נאך י"ט ווערי איך עס דיר געבין, שבת האט דיא פלונית דעם פינגר אזוא געהאלטען האב איך איהר דאס פינגרל אהן געטאהן אונד געזאגט הרי את מקודשת האט דוד הנ"ל געזאגט לי זאג ניכט האב איך געזאגט אויף להכעיס זאג איך לי דער נאך זאגט דוד הנ"ל יעטצט געהער זיא דיין האב איך איהר דאס פינגרל אראב גענוממען האט דוד געזאגט ווען דאס ווערעט געוועזין איין גולדע פינגרל העט זיא דיין געוועזין עס איזט אבר קיין געדאנקן געוועזין מקדש צו זיין נור געשפאס:

פלונית זאגט ער האט איהר דאס פינגרל אהן געטאהן אונד געזאגט וויא זיא זאגין אונד ווייל דוד האט געזאגט צו איהם יעטצט געהערט זיא דיין, האט זיך פלוני דאס פינגרל צוריק גענוממען, איך האב ניכטס געהערט אב דאס פינגרל זיין געהערט אדר ניכט, איך האב איהם דאס פינגרל ניכט אן געמוהט, עס איזט בייא מיר קיין געדאנקן געוועזין נור גשפאס אויף ראי וויא זיא האבן געזאגט עס גילט האב איך געזאגט דאס פינגרל האב איך ניכט אנגעהאט נור אן עק פון פינגר עד כאן לשונה של פלונית ושאלתי לנערה בילא על ענין הטבעת והשיבה בזה"ל דאס פינגרל געהערט זיין אונד דער פלוני האט מיר עס אוועק גענוממען מיט געוואלט, איך האב עס צוריק בעגעהרט האט ער געזאגט איך ווער דיר שאן געבין, דאס איזט געוועזין ערב י"ט, י"ט האב איך עס ווידר בעגעהרט האט ער געזאגט ער ווירד מיר עס שאן געבין אונד איך האב מיר איין געבילט ער ווירד מיר עס געוויס געבין צוריק ע"כ דבריהם הועתק אות באות: