לדלג לתוכן

שו"ת חתם סופר/אבן העזר/חלק ראשון/סימן עב

לא בדוק
מתוך ויקיטקסט, מאגר הטקסטים החופשי

הגדת עדות של ר' דוד ב"ר ישראל סג"ל מסלקוס:

בייא אונס אין סלקוס איזט גוועזין דען זמן החורף איין משועבד שוחט ומלמד בשמו ר' ליב ב"ר גאדל דער איזט יום ב' ד' דחנוכה פארט געגאנגן אויף וויטשאפו צו מנין אונד האט זיך אויסגעליהן תפילין פאן דען בחור ווייל זיין ווייב האט איהם נישט וואללען לאזן פארטגעהן זא איזט ער ניכט צורוק גקומען האט זיין ווייב גשיקט איין שליח אויף וויטשאפו אב ער איזט דארט גוועזען בייא מנין האבן זיא בפאהלן ער איזט ניכט דארטן גוועזען יום א' פ' ויגש האבן אנשי סלקוס אויזגשיקט אנשי יישוב דען ר' ליב צו זוכן לערך אום פיער אוהר נאך מיטטאג ביום א' האבן זיא איהם גפונדן אויף דיא וויזען ליגן מת אונד איהם גבראכט אויף סלקוס על בית עלמין האב איך גזעהן ער האט אויף זיך גיהאט איין פאהר הויזן איין פאהר שטיפל הויזן טראגר זונסטן האט ער פאן זיינע מלבושים ניכטס אויף זיך גיהאט נור זיין לייבל וועסטע דס האבן זיא גפונדן בייא איהם ליגן איין שטיקל וועוס פאן איהם אוועק דען טלית ותפילין אויך איין שטיקל בשר צווייא טיכליך וואס ער זיך האט פאן דער היים מיטגנוממן האט מאן עטליכע טאגע דרנאך גפונדן דען ראק פאן איהם האט מאן גפונדן אויף דער וויזען איין גפראהרן אונד נאך ניכט צוריקגעבראכט וויא מאן איהם גבראכט האט על בית עלמין האב איך מיך מיט איהם מתעסק גווזען אונד מטהר גוועזן האב איך איהם גלייך דרקאננט בטביעת עין דאס איזט דער ליב ב"ר גאדל וואס בייא אונז משועבד גועזן איזט עס האט ניכט גופעהלט אן זיין גאנצען גוף דאס מינדעסטע וויא אויך זיין פרצוף פנים גאנץ גוועזן איזט דאס גינאק וחוטם ושאר פרצוף פנים אלז אזוא גוועזן וויא ער בייא זיין לעבן האט אויזגזהן נור דער האלז איזט עטוואס רעטיר גוועזן אלז וויא דאס פנים דאס זאג איך אללעס בתורת עדות גמור באתי על החתום פה נייטרא יום ד' י"ד שבט תקפ"א לפ"ק. הק' דוד בן כה' ישראל סג"ל זיס:

הגדת עדות של ר' ישעי' בלאק מן סלקוס אן יום ב' ד' דחנוכה איזט ר' ליב ב"ר גאדל וואס משועבד בייא אונס יוואר דען זמן החורף אין סלקוס פארטגעגאנגן אויף וויטשאפו עס האט גיטוירט גאנצי וואך איזט ער ר' ליב ניכט לביתו גקוממן האב איך גידענקט דער ר' ליב איזט דערטרונקן ווארדן ווייל איך האב גזעהן וויא ער איזט פארט ער איזט זעהר שיכור גוועזן בין איך געגאנגן אן שבת זוכן ביז וויטשאפו האבן דיא וויטשאפר גזאגט ער איזט ניכט דארט גוועזן יום א' פ' ויגש בין איך מיט אנדרע לייטע געגאנגן זוכן דען ר' ליב ב"ר גאדל האבן מיר איהם גפונדן אויף איין טרוקענן פלאטץ ליגן מת ווייט אוועק פאן נייטרע איין ביקסן שוס ווייט פאן דיא נייטרא אונד נאך מעהרס אלס איין ביקסן שוס ווייט פאן דיא נייטרא איזט ער גלעגן מת האבן מיר גפונדן זיינע מלבושים אויס גשפרייט ניכט מעהרס אויף זיין לייב אן גיהאט אלס וויא שטיוול הויזן הויזן טראגר דיא אנדרע זאכן האט מאן שפעטר גפונדן עטליכע טאגע דרנאך זא האבן מיר איהם אויף סלקוס על בית עלמין גיטראגן אונד איך האב אויך מיך מיט איהם מתעסק גוועזן האב איך דען דרקאננט גלייך בטביעת עין דאס איזט דער ר' ליב ב"ר גאדל וואס בייא אונס משועבד גוועזן איזט זיין פרצוף פנים עם החוטם איזט גאר ניכט דאס מינדעסטע פרענדערט גוועזן אונד ניכט פערלעצט אלס וויא בייא זיין לעבן זיין ווייב האט גיזאגט צו אונס מיר זאללן זוכן אויף זיין לייב ער האט איין ווארצל מיר אבר האבן דאס ניכט גפונדן איבריגענס ווייס איך בטוח דאס דיזער איזט גוועזן ר' ליב ב"ר גאדל וואס בייא אונס משועבד גוועזן איסט. פה נייטרא יום עש"ק ט"ז שבט תקפ"א לפ"ק. ולראי' בעה"ח הק' ישעי' בלאק: