לדלג לתוכן

שו"ת חתם סופר/אבן העזר/חלק ראשון/סימן נב

לא בדוק
מתוך ויקיטקסט, מאגר הטקסטים החופשי
העתק גביית עדות:

במותב תלתא כחדא הוינא ואתי לקדמנא והעידו בתורת עדות באם לא יגיד וכו' על האיש מאכל בן ה' זנוויל כ"ץ שנהרג זה שלשה שנים שעברו שני פרסאות מכאן ונמצא בין שדה קוקריץ לערך ח' ימים אחר הריגתו וזה המעשה הי' בימי אב.

הראשון כ' ישעי' בן הר"ר שלמה ליב ז"ל סג"ל מפה פאלאנקא העיד בזה הלשון, וויא מיר זיין מפאלאנקא לההרוגים געשיקט ווארדען האב איך ערקעננט העגלה שלהם דער איזט געשטאנדען אין קוקריץ אקער דאס פפערד וואס פון מיר גיקויפט איזט ווארדען האב איך ערקענט הערנאך האבען מיר דיא הרוגים איינער פון אנדערן ענטפערנט געפונדען קיין קאפף האט נימאנד געהאבט דיא הענד זייען הערונטער געבונדען גיוועזן מיט שטריק דער בחור ישעי' וועלכער אין פרשון גרעסער וואר אונד מאגרער האבע איך גלייך ערקענט הבח' ישעי' האב איך אויך אן זיין פיין העמד אונד גאטיע ערקענט ההרוג מאכל הנ"ל האבע איך אבערמאלס פעסטיגליך ערקענט אן זיין ארבע כנפות וועלכעס איהם מיין ברודער ע"ה געשענקט האט פון דיזער נעהמליכע סחורה האב איך אויך איינס אנגעהאבט דאס וואר מיט רוטער גרונד אונד ווייסע טיפן וזה סימן אמרה האשה וכל העדים ע"ש דיא קעפף ווארן געפונדן גיווארדן איזה אמות ווייט מן ההרוגים הי"ד:

שוב בא כ"ה אברהם בן כ"ה יהודה הלוי ואמר בזה הלשון מיר האבען זיא געפונדן אין קוקריץ כנ"ל האב איך מאכל הנ"ל אן זיין דיקען קערפר אונד פערסוהן ערקענט וגם הבח' ישעי' אן זיין גרעסערהייט אונד מאגערהייט דאס ער עס פר בריא איזט אונד דאס ארבע כנפות וועלכעס איך אן איהם בחייו געזעהען האב ווייס איך וויא ר' שלום ז"ל אח של ישעי' הנ"ל איהם געשענקט האט רוטער גרונד אונד ווייסע טיפן דארין האב איך גלייך געזעהן דאז דאס מאכל איזט, ע"כ דברי הנ"ל.

האחריו בא הבח' יעקב בן כה' איצק מפה פאלאנקע והעיד בזה"ל איך האב זיא ערקענט אן איהרען קערפר דהיינו אן קליידונג דאס דאז מאכל מיט ישעי' איזט דען מיר האבן ניכט געוואוסט ווייל דער שטוהלריכטער אונס אין דער מדינה האט לאססען אויפזוכען וויר האבן געפונדן צווייא יודן פאן נייאזאץ האט ער געזאגט זיין מיר אויף אונזרע הוצאה הין געפאהרן וויא וויר זיא געזעהן האבן האב איך געזאגט דאס זייען קיינע נייאזאטצער זאנדערן עס זייען פאלאנקער מאכל מיט ישעי' דערנאך זייען העראב געקאממען פאלאנקער לייט צו דיא הרוגים האב איך געזעהן דאס איך רעכט האב געטראפען דאס דאז מאכל איזט אונד דאס איזט ישעי' דברי הנ"ל:

עדות אח של הבח' יעקב הנ"ל וויר האבן אונז דריבען אין דער מדינה אויפגעהאלטען האט מאן אונס געזאגט מאן האט צווייא יהודים געפונדן אבער וויא איך דען ערשטען געזעהן האב אין זיין פארשטעללונג פון ווייטן האב איך געזאגט איך וואלט שוועהרין דאס דאס מאכל כהן איזט וויא איך אבער דאס ארבע כנפות געזעהן האב איך נאך איין מאהל געזאגט דאס איזט בוודאי מאכל וגם דיא וועסטע וועלכע מאן איהם אויס געטהאן האט קודם קבורתו האב איך אויך ערקענט דען בחור ישעי' האב איך אן זיינע גרעסע אונד מאגערהייט ערקענט:

מאמר ועדות כ' זנוויל בן כ' מנחם ז"ל דוד של האשה מההרוג מאכל הנ"ל וכך הי' אומר דער מאכל איז בייא מיר גאנצע אנדערהאלבען יאהר האב איך איהם געוויס לייכט ערקענט דאס ער דאס איזט אן זיין קערפר אונד אן זיין ארבע כנפות אונד וועסטע אונד העמד דברי הנ"ל:

כל זה שמענו מהעדים הנ"ל מפיהם בתורת אם לא יגיד ומה ששמענו כתבנו וחתמנו פה פאלאנקא יום א' ער"ח אב תקע"ח לפ"ק. ואשרנו וקיימנו כדחזי הנ"ל: הק' אנשיל ח"פ פעלאנקע. הק' נפתלי הובורג. הק' מאיר ברודא דיין דק"ק סעמניץ: